quarta-feira, 20 de abril de 2011

לאנד



אין פאליטישער געאגראפיע און אינטערנאציאנאלער פאליטיק איז א לאנד א געאגראפיש ארט וואס איז די טעריטאריע פון א מדינה אדער א שטאַט.
אחוץ אנטארקטיקע איז די גאנצע יבשה פון דער ערד צעטיילט אויף לענדער.
לאנד איז קען זיין א קליין שטיק לאנד ביז א לאנד וואס דעפינירט א רעגירונג וואס פארפיגט אויף א לאנד, ווי די דאס לאנד קאנאדע. א לאנד קען אויך זיין וואס האט אמאל געהאט אן אייגענע רעגירונג אבער איז אצינד א טייל פון א גרעסערער מדינה, ווי ענגלאנדסקאטלאנד און וויילס.
איז א פאליטישע געמיינדע וואס באוואינט אַ געאגראפישע אָרט, און באזיצט אינערליכע און אויסערליכע סאַווערענץ, און איז למעשה דער וואס קען ניצן די שטארקייט.
עס איז מעגליך עס זאל אדער זאל נישט האבן אן ארגאניזירטע רעגירונג צו בכלל עקזיסטירן. עס איז שוין געווען מדינות וואס מער ווי איין גרופע האט זיך פארמאסטן צו זיין די רעגירונג. אבער זייער סטאטוס אלס מדינה/שטאַט איז נישט געטוישט געווארן. ווי למשל די רעפובליק פון כינע אין 1912.
א רעגירונג איז נישט א זאך וואס מוז זיין אז די מדינה/שטאַט זאל זיין א שטאַט, אויב און ווילאנג די אינטערנאציאנאלער געמיינדע אנערקענט איר עקזיסטענץ אלס א מדינה.
אבער די אנערקענונג פון אנדערע שטאַטן/מדינות איבער די סאַווערענץ פון א שטאַט/מדינה איז וויכטיג כדי צו קענען מאכן אפמאכן מיט די אנדערע שטאַטן/מדינות. נאכמער עס מוז האבן א רעגירונג פאר די אינערליכע ווירטשאפט.

[באַאַרבעטן]לאנד

באדייט די געאגראפישע געגענט.

[באַאַרבעטן]בירגער

באדייט די מענטשן פון דער מדינה.

[באַאַרבעטן]שטַאט אדער מדינה

באדייט די פאליטישע רעגירונג און די מדינה ווי אזוי עס איז אנגענומען אין דער אינטערנאציאנאלער געמיינדע. די פאראייניקטע פעלקער האט 192 מדינות אלס מיטגלידער.

[באַאַרבעטן]זעט אויך

sexta-feira, 15 de abril de 2011

ישראל


מדינת ישראל איז א דעמאקראטיש לאנד אין מיטל מזרח. געגרינדעט ה'תש"ח (1948). רוב פון אירע איינוווינערס זיינען יידן אבער עס זיצן אין איר אויך א גרויסער טייל אראבער און נאך אנדערע פעלקער.
ארץ ישראל איז דאס אידישע לאנד אין מערב אזיע, אינערהאַלב די גרעניצן פֿון לאַנד, ארץ ישראל, עקזיסטירט הײַנט די שטאַט מדינת ישראל, געגרינדערט ה'תש"ח (1948). אנדערש ווי אלע לענדער, וואו דאָס לאַנד איז דאָס הײַמאָרט צו די אַלע וועלכע געהערן זיך אָהן צו דער רעליגיע פֿון לאנד, איז אָבּער מדינת ישראל דעמאקראטיש וואס איז טיילווייז קעגנזאץ צו דער אידישער רעליגיע, טראָצדעם וואָס זי טראָגט אויסערליך דעם נאָמעןישראל.
מאנכע גרופּעס אינערהאלב די געשאַפֿענע רעגירונג פּרובירן איהר פֿאראידישן, אָבער דער פֿינף-און-פופציג יעהריגער נאָכאַנאַנדער רעליגיעזער שטרייט איז וואַרשײַנליך אַן ענדלאָזער און פֿאַרלוירענער. ראדיקאלע מוסלמענער פֿאָדערן שטרענג שטרעקעס לאנד מיטן ציהל עווענטועל צו גרינדן א פּאַלעסטינע שטאַט.
געוויסע פרומע ײדן דענקען אז די מדינה וועט אויפגעלעזט אינגיכן, און אלע פרומע ײדן האָפן אויף דעם טאָג אין וועלכן משׁיח וועט אַנטפּלעקט ווערן און אויסלײַזן די יידן פֿון גלות און זײַ אַרויפברענגען אין ארץ ישׂראל.